נישט ווי דער שטאלצער גריכישער ריז מיט
אייננעמנדיגע פיס פון לאנד צו לאנד
דא ביי אונזער ים’יג טויער זאל שטיין
א מעכטיגע פרוי מיט א לאמפ, איר פלאם
איז א געפאנגענע בליץ, איר נאמען
“מאמע פון פליטים”. פון איר ליכטיג האנט
שיינט א וועלט’ס ברוך הבא, איר מילדע
אויגן איבער די בריק פון צווילינג שטעט.
“האלט אייך, אלטע לענדער, אייער פאמפע!”
שרייט זי, שטים. “גיב מיר אייער מידע, די
ארעמע, וואס לעכצן צו אטעם’ן פריי
די מיסט פון אייער רוישענדיגע ברעג.
שיקט זיי, די איינזאם היימלאזע, צו מיר
איך הייב מיין לאמפ ביי די גאלדענע טיר!”